אָה, דאָס?! ס’דאָך ‘פשוט’…
מיר נוצן פון צייט צו צייט – אומווילנדיג – געוויסע אויסדרוקן וואס מאכן אונז אויסזעהן נעגאטיוו. ס’זענען דא ווערטער וואס מ’נוצט אסאך, און מ’כאפט נישט אז מ’מאכט אנדערע שפירן זייער אומבאקוועם.
אין די היינטיגע שמועס גייען מיר אויסשמועסן 5 פון די אויסדרוקן.
ס’איז נוגע פאר יעדן איינעם, אין אפיס און אינדערהיים. פאר סעילסלייט און פאנדרעיזערס. אבער די מערסטע איז עס נוגע פאר מענטשן וואס האבן ארבייטער וואס ארבעטן ‘אונטער’ זיי. ווי בעלי בתים, מענעדזשערס, אדמיניסטראטארן, און אפי’ אפיס-ארבייטער וואס האבן אנדערע וואס רעפארטן צו זיי.
לאמיר הערן וועלכע פון די 5 אויסדרוקן איז געווען פאר אייך א חידוש?