רייכערן הרג’עט טאַקע?!
- א באזעסענער מענטש, האט א פסיכאלאגישער פראבלעם בשעת’ן רייכערן.
- א ערנסטער סעילסמאן, האט א אישו מיט’ן פארקויפן גארביטש-פראדוקטן און בעטן גראב געלט.
- א רוסישער סאלדאט וואס האלט נישט פון פוטין, קען נישט קעמפפן אין די יעצטיגע קריג.
אבער למעשה זעהט מען אז די אלע דוגמאות געשעען יא טאג טעגליך.
מענטשן רייכערן; פארקויפן גארביטש; און רוסישע סאלדאטן קעמפפן למעשה א קריג אין אוקריינא…
*
היינט גייען מיר אויסשמועסן זייער אן אינטערעסאנטע טאפיק וואס רופט זיך: Cognitive Dissonance.
א פראבלעם וואס שאפט זיך אין מח פון א מענטש, און וויאזוי דער מח באהאנדלט דאס.
דאס וועט אונז – אין איינוועגס – ערקלערן:
פארוואס האבן חברים א פראבלעם זיך מיטפרייען מיט זייער נאנטער חבר’ס סוקסעס? און וואס מיינט דאס פאר מיר און דיר?