ספייסי טונא פאַר יעדן?!
געדענקסט נאך דעם משל פון איינע פון די פריערדיגע עפיזאדן?
מיר רעדן איבער דעם אדווערטייזמענט וואס האט געשריגן:
‘ספייסי טונא’ געאייגנט פאר יעדן!
געאייגנט פאר יעדן? אויב איז עס ספייסי טונא וואס איז געאייגנט פאר די קליינע אינגעלע פון 8 יאר, מיינט עס אז ס’ציפט נישט גענוג… דעמאלטס וויל “איך” עס נשט קויפן. ווייל איך גלייך יא עפעס וואס ציפט 🙂
אויב איז עס געאייגנט פאר מיר, דעמאלטס גייט דער קליינער זיך נישט קענען צוכאפן דערצו.
אויב רעדסטו צו יעדן איינעם, רעדסטו צו קיינעם!
- ווער איז דיין פאוקעס?
מיר האבן עס שוין אנגערירט 2 מאל אין פריערדיגע עפיזאדן, אבער ס’זעהט אויס אז אזא פשוט’ע זאך, בלייבט נאך אלץ א חידוש ווען ס’קומט עס אויסצופירן הלכה למעשה.