ווער האָט גע’הרג’עט דעם פראָש?
שוין ווייטער א פראש?!
יא! דאסמאל רעדט מען איבער אן אינטערעסאנטע שטודיע וואס רופט זיך: The Boiling Frog.
מ’האט גענומען א פראש און אריינגעווארפן אין א טאפ הייס-וואסער.
וואס האט די פראש געטון? – ארויסגעשפרינגען!
האט מען עס אריינגעלייגט אין א טאפ קילע וואסער, רום-טעמפרעטשור, און מ’האט אנגעצינדן די געז אונטער’ן טאפ צוביסלעך.
און דאסמאל – איז די פראש געבליבן זיצן אינעם טאפ.
אפי’ ווען די וואסער איז יעדע פאר מינוט געווארן הייסער און נאך הייסער, ביז … ברענעדיג הייס!
דער פראש האט נישט באמערקט ווי ער ווערט גענצליך אפגעבראטן צום טויט. א טראגישע ענדע צו א פראש-געשיכטע…
וויאזוי איז דאס מעגליך? (און אפשר איז עס טאקע נישט מעגליך – ווער זאגט?)
שפרינג, ווארט נישט ביז ס’איז צו שפעט! – דאס איז דער טאפיק פונעם היינטיגן פאדקעסט.