ביזטו טאַקע בעה”ב?
די היינטיגע טאפיק איז איינע פון די שטארקע קאנצעפטן וואס זענען דיסקוסירט געווארן ביים גרויסן J2C Conference פאר היימישע ארבייטער שיחיו.
שטעל דיך פאר ווען דו ביזט א סעילסמאן פאר א קאמפאני, דו פארקויפסט עפעס א פראדוקט אדער א סערוויס, דו האלטסט אינמיטן א סעיל, און דו הייבסט דיך אן בעטן צום קאסטומער:
“געב מיר נאך אפאר דאלאר. דו ווייסט דאך וויאזוי איך מוטשע מיך. דאס לעבן קאסט מיר אזוי טייער היינט. צאל ארויף נאך אפאר טאלער…”
אויב איז ער א וואוילער איד וועט ער דיר אפשר געבן די נדבה, אבער – – –
ס’איז קלאר אז דאס איז נישט ביזנעס!
היינט גייען מיר זעהן אז:
דיין בעל הבית, איז דיין קליענט!