איז פוטין אן אכטער?
היינט האבן מיר א שמועס איבער מר. “אכטער” הי”ו
די היינטיגע דיסקוסיע איז געווידמעט זיך צו באקענען מיט די פערזענליכקייט פון #8 צווישן די 9 Personality Types פון ENNEAGRAM. – וואס ווערט גערופן “The challenger”.
אה, דער אכטער ער איז דער גיבור, דער שטערקסטער יונגל אין חדר… דער אנפירער.
ער האט נישט מורא אריינצוגיין אין קאנפראנטאציעס. ער שפירט זיך זיכער און שטארק מיט זיך, און ער האט א שטארקע דראנג צו גיין בראש, יעדער זאל אים נאכגיין, און דאס ערגסטע ביי אים איז צו זיין א “שעפעלע”, א שוואכלינג, און נכנע צו אנדערע.