מר. פירער אויפ’ן אגענדע.
היינט האבן מיר א שמועס איבער מר. “פירער” הי”ו
די היינטיגע דיסקוסיע איז געווידמעט זיך צו באקענען מיט די פערזענליכקייט פון #4 צווישן די 9 Personality Types פון ENNEAGRAM. – וואס ווערט גערופן “דער אינדיווידואליסט”.
דער מענטש וואס האט זייער טיפע פילינגס, און ער שפירט זיך עפעס ‘אנדערש’ און דיפרענט פון יעדן איינעם, און ער איז פאר’חלש’ט אז מ’זאל אים ארויסהאבן און ‘פארשטיין’.
אדער אפשר נישט?! ער וויל אפשר בלייבן מיסטעריעז און אומפארשטאנען?! ווער ווייסט?! ער איז אליינס נישט זיכער…