וואָס איז געווען טאָוני בלעיר’ס “קשיא”?
זארג נישט, ס’איז נישט קיין קאמפליצירטע טיפע שמועס. – היינט דיסקוסירן מיר וויאזוי צו נעמען דעם קליענט\נדבן פון א ‘צוקוקער’ צו אן ‘אקטיוויסט’ פאר דיר. און גראדע האט דער געוועזענער פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד געפרעגט זייער גוט…
“ווילסט אים האבן אויף דיין זייט?” – פרעגט זיך די שאלה אינעם היינטיגן פאדקעסט – “זעה ער זאל ווערן אינוועסטעד!”…
מיר לויפן אדורך אינטערעסאנטע שטודיעס; לעבעדיגע דוגמאות פון טעגליכע פעלער; און – אוודאי – הלכה למעשה בעז”ה.