זאָגסט מיר?! איך לייד אויך פון מיין בעה”ב…
פארוואס ווען עמיצער באקלאגט זיך אויף דיין ארבייטער\בעה”ב, זענען דא מענטשן וואס וועלן צושטימען דערצו? און נאך צולייגן זאלץ-און-פעפער?
היינט טוען מיר דיסקוסירן:
וויאזוי צו רעאַגירן ווען עמיצער קריטיקירט איינעם וואס אַרבעט אין דיין ביזנעס/אָרגאַניזאַציע.
אונזער היינטיגער טאפיק קען מען נישט אריינלייגן דייקא אין די מארקעטינג-קאטאגאריע, ס’האט ענדערש מער שייכות צו “קאמיוניקאציע”, אבער ס’איז אינטערעסאנט…
ווי געווענטליך האבן מיר אויסגעקליבן מערערע ביישפילן, ס’זאל זיין רעלעוואנט סיי פאר ביזנעסלייט, און סיי פאר מוסדות און ארגאניזאציעס.