וואס איז דיין ‘שטריק’?
א יעדע נייע ביזנעס/קאמפיין-קאנצעפט גלייבט און האפט אז זייער פראדוקט/סערוויס גייט זיין א געוואלדיגע הצלחה. אבער ס’שטעלט זיך נישט אלעמאל אויס אזוי. – פארוואס?
ווייל יעדע נייע איידיע איז געבויט אויף מערערע Assumptions: “לכאורה” זוכן עס מענטשן \ “לכאורה” איז דא א פארלאנג \ “לכאורה” דארף מען עס מארקעטן פאר מענער און נישט פאר פרויען. \ א.א.וו.
אפי’ דו מאכסט אמאל א טעות מיט איינע פון די “לכאורה’ס”, איז נאכנישט געפערליך.
ס’איז אבער אלעמאל דא איין “לכאורה” וואס דו טארסט נישט נעמען קיין שאנס. דו דארפסט עס פעסטשטעלן פון פאראויס.
פונקט ווי א בארג-קריכער – וואס האט ספעציעלע שיך; א קאפ-באשיצער, אבער בעיקר א שטריק – דארפסטו אויך קענען אידענטיפיצירן:
וואס איז מיין ‘שטריק’?
וואס איז די איין ‘לכאורה’, וואס איך קען נישט ערלויבן צו נעמען א שאנס? איך מוז עס ‘וויסן’ פון פאראויס?
וואס איז מיין ‘שטריק’?
וואס איז די איין ‘לכאורה’, וואס איך קען נישט ערלויבן צו נעמען א שאנס? איך מוז עס ‘וויסן’ פון פאראויס?