“שפרינגען”
א מעלה, אדער חסרון?
אמת, איידער מ’הייבט אן א פראיעקט איז אסאך מאל גוט נישט צו טראכטן צופיל און זיין א ‘שפרינגער’.
דער פלאן מאכט סענס? דער פאזל שטימט? די Manpower איז דא? געגאנגען, טאנץ אריין! אבער איינמאל דו ביזט שוין אריינגעשפרינגען דערין, איז צייט נישט צו זיין קיין ‘שפרינגער’. ד.ה. האלט דיך צו איין מהלך, לויף נישט ארום פון איין פראיעקט צום צווייטן, פרוביר נישט די נעקסטע קלונגעדיגע-איידיע. זיי געדולדיג, פאלג אויס דעם פלאן. נאר אזוי וועסטו דערגרייכן סוקסעס בעז”ה.
לאמיר אינאיינעם דורכלויפן עטליכע פאקטישע ביישפילן איבער “די בענעפיטן פון Consistency”, און וואספארא אומגלויבליכער דיפערענץ עס מאכט פאר: Messaging | ברענגען מער געלט | קאסטן ווייניגער געלט | א.א.וו.