ווען בחורים וואָלטן געווען ‘באַקסעס’…
די וועלט פארציילט איבער דעם איד וואס האט פארגעשלאגן א געוואלדיגע “סדר היום” פאר א ישיבה:
בחורים שטייען אויף 6:00 פארטאגס | לערנען רצופות פאר 3 שעה | דאווענען פאר 2 שעה | עסן פאר 25 מינוט | א.א.וו.
ווען ער האט דערציילט פאר א גוטן איד, האט יענער אים געענטפערט:
“ס’איז א געוואלדיגע רעיון, אויב – – – בחורים וואלטן געווען ‘באקסעס’…”
*
היינט גייען מיר אויסשמועסן אן אינטערעסאנטע קאנצעפט וואס רופט זיך Timeboxing.
אנשטאט צו נוצן to-do ליסטעס אזוי ווי דער געלער-צעטל אויפ’ן רעפרידזשערעיטאר, גייען מיר פארשלאגן א נייע געדאנק.
לאמיר זעהן צי דער קאנצעפט רעדט צו דיר.