וויאזוי ווערט מען אן ‘עקספערט’?
דר. טשיילדיני, א בארימטער פראפעסאר אין Persuasion (איבערצייגן מענטשן צו טון געוויסע זאכן), לערנט 6 שטארקע יסודות וויאזוי איבערצוצייגן מענטשן צו טון וואס דו ווילסט.טשיילדיני’ס מהלך ווערט באנוצט אין סעילס/פאנדרעיזינג, און היינט גייען מיר זיך באציען צו איינע פון זיינע יסודות:
Authority
ס’איז א נאטורליכע זאך ביי א מענטש נאכצופאלגן אן עקספערט. אויב מ’קוקט דיר אן ווי איינער וואס האט ‘אויטאריטי’, וועט מען אסאך מער אקצעפטירן וואס דו זאגסט.
די טעמע איז נוגע פאר ביזנעסלייט, פאר סעילסלייט, און פאר פאנדרעיזערס פון מוסדות/ארגאניזאציעס. אלע קענען בענעפיטירן דורכ’ן שטודירן דעם קאנצעפט.