כ’האָב געבאָרגט פון דיר $10,000 (?/!)
די היינטיגע ‘טיפ’ קענסטו – מיט סייעתא דשמיא און אביסעלע שכל – אויספירן:
-
אליינס – אן קיין שום מארקעטינג-הילף!
-
אומזיסט – אן צאלן קיין איבעריגן טאלער!.
-
גרינג – ס’פאדערט נישט קיין שווערע ארבעט!
מיר דיסקוסירן די טעמע פון Tonality. – דער ניגון וואס דו זינגט מאכט א גרויסער דיפערענץ. דער היינטיגער שמועס איז זייער נוגע פאר פאנדרעיזערס / שכר-לימוד-קאלעקטערס / און יעדער איינציגער סעילסמאן וואס פארקויפט סיי וועלכע פראדוקט/סערוויס.