כ’דאַרף אַ ‘וועקער זייגער’, ווייל…
א בארימטער אמעריקאנער ביזנעס-עקספערט, Clayton M. Christensen, האט אידענטיפיצירט א אינטערעסאנטער קאנצעפט, וואס ער רופט:
“Jobs to Be Done”
*
מיר אלע האבן ‘דזשאבס’ וואס מיר דארפן ארלעדיגן אין לעבן. גרויסע פונקט ווי קליינע.
ברענגען פרנסה / שטייגן אין אידישקייט / ארלעדיגן די גראסערי, און אלעס אינצווישן.“שטענדיג” ווען מיר קויפן א פראדוקט/סערוויס, טוען מיר דערמיט ‘הייערן’ דעם סערוויס אונז צו העלפן טון דעם ‘דזשאב’.
ברענגען פרנסה / שטייגן אין אידישקייט / ארלעדיגן די גראסערי, און אלעס אינצווישן.“שטענדיג” ווען מיר קויפן א פראדוקט/סערוויס, טוען מיר דערמיט ‘הייערן’ דעם סערוויס אונז צו העלפן טון דעם ‘דזשאב’.
אויב טוט עס א גוטן ‘דזשאב’, וועלן מיר עס הייערן נאכאמאל, אויב נישט, וועלן מיר עס ‘פייערן’ און זוכן א בעסערן קאנדידאט צו הייערן.
כדי צו קענען פארקויפן א פראדוקט/סערוויס, דארפן מיר קודם פארשטיין: וואו וויל דער קליענט אנקומען מיט דעם ‘דזשאב’? ווייל אויב וועט יענער “דאס” הערן, וועט ער עס בעז”ה קויפן.
*
אלס א ביישפיל, נוצן מיר די וואך דעם באקאנטן “וועקער זייגער”, אדרבה, לאמיר זעהן וועלכע ביישפיל דו וואלסט גענוצט: