היינט האבן מיר א שמועס מיט מר. “זעקסער” הי”ו
די היינטיגע דיסקוסיע איז געווידמעט זיך צו באקענען מיט די פערזענליכקייט פון #6 צווישן די 9 Personality Types פון ENNEAGRAM. – וואס ווערט גערופן “The Loyalist/Skeptic”.
קענסט דעם מענטש וואס איז שטענדיג “באזארגט”, ער פרעגט הונדערט קשיות:
“ביזט זיכער אז ס’וועט זיין גענוג פיש פאר יעדן?” – “מ’דארף נישט מורא האבן צו גיין דא?” – “האלטסט זיי זענען געווען צופרידן מיט מיין ארבעט?” – “וואס וועט זיין אויב ס’וועט שנייען?”…