כ’בין רעדי, אָבער כ’דאַרף אַ ‘בעסערע פרייז’…
היינט דיסקוסירן מיר די טעמע וואס יעדער שטויסט זיך אן דערמיט. דער קאסטומער איז אינטערעסירט אין דיין פראדוקט\סערוויס, אבער ער האט איין אנשטויסעניש: “דער פרייז איז צו טייער”… – וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה דערמיט?
מ’מעג געבן א דיסקאונט? – דער קאסטומער וועט אלעמאל טראכטן צו זיך. “אהא, אויב האט ער מיר יא געקענט געבן פאר ביליגער, פארוואס האט ער מיר עס נישט געאפפערט לכתחילה?”…
נו, וואס זאל מען טון? זיך האלטן פעסט צום ארגינעלן פרייז? מ’וועט דאך פארלירן איין קליענט נאכ’ן צווייטן.
מיר וועלן דורכלויפן היינט 7 מהלכים וויאזוי נישט\יא געבן דיסקאונט-פרייזן, וואס קען זיין גאר אפעקטיוו פאר סעילסלייט און – מעגליך – אויך פאר פאנדרעיזערס בעז”ה.