00:00
00:00
  • No title 00:00

Share:

Listen:

Categories:

Popular:

Recent:

Same Categories:

דו וואָלסט געטאַנצן פאַר 10 צענט? 

א עלטערער מענטש –  וואס האט געוואוינט נעבן א קינדער-פארק וואו קינדער פלעגן מאכן גערודער יעדן נאכמיטאג – האט געלאזט רופן די קינדער, און זיי געזאגט:

“כ’מוז ענק זאגן, איך האב מורא’דיג הנאה פון די גערודער, איך האב באשלאסן אז איך גיי געבן פופציג צענט פאר יעדע אינגל וואס קומט מארגן שפילן הויך און לעבעדיג!”.

נו, געלט רעדט…
די נעקסטע טאג; נאכמיטאג פונקטליך אויפ’ן זייגער; זענען די קינדער צוריקגעקומען מיט א ברען, און האבן טאקע געמאכט גערודער, ווי ס’דארף צו זיין.

דער אלטער שכן האט געהאלטן ווארט, יעדער האט באקומען 50 צענט. “קומטס מארגן נאכאמאל, איך וועל באצאלן…”
אבער מארגן האט ער שוין נאר באצאלט 25 צענט, און א טאג שפעטער נאר 15 צענט.

“ס’איז מיר שווער צו צאלן יעדן טאג אזויפיל געלט, אבער אפשר דאך קומט עטס מארגן פאר 10 צענט?” – האט דער אלטער זיך געבעטן.

“נע, ס’לוינט זיך נישט” – האבן די קינדער גע’טענה’ט – “שפרינגען א גאנצן נאכמיטאג נאר פאר 10 צענט?! ס’לוינט זיך נישט איבערצוארבעטן…”

*
אויבן-אויף, זעהט אויס די מעשה, ווי א טיפיקל Reverse Phycology עפיזאד.
אבער היינט גייען מיר זעהן, אז ס’ליגט באהאלטן א טיפערער סוד דערין:צו ווערן באצאלט צו טון עפעס וואס דו האסט סייווי ליב צו טון, קען אויסזעהן ווי א גוט-געשעפט, אבער גיב אכטונג, ווייל עס קען ‘בעק-פייערן’.
*
דאס איז די טאפיק וואס מיר דיסקוסירן אינעם היינטיגן פאדקעסט, באגלייט מיט אינטערעסאנטע לעבעדיגע ביישפילן.
Click to redirect
Go to tzetelmaker.com

Same Categories:

Popular:

Recent:

Subscribe
Notify of
guest
28 Comments
Inline Feedbacks
View all comments