דער היימלאָזער מיט’ן טאָוול: “כ’בין בלינד”
א מארקעטינג עקספערט האט געזעהן א היימלאזער מאן אויפ’ן גאס מיט א טאוול:
“איך בין בלינד”.
זייער אסאך מענטשן זענען דורכגעגאנגען, אבער זיי האבן אים איגנארירט און נישט געגעבן קיין פרוטה.
“וואלסטו מסכים געווען אז איך זאל דיר צולייגן 4 ווערטער צו דיין טאוול?” – האט דער מארקעטינג-עקספערט געפרעגט.
יענער האט מסכים געווען, און פלוצלינג האט זיך אלעס געטוישט.
וואָספאַראַ 4 ווערטער האָט יענער צוגעלייגט צום טאָוול?
דער ענטפער צו די שאלה – און דער פסיכיאלאגישער כח פון “קאָנטראַסט” – ווערט אויסגעשמועסט אינעם היינטיגן פאדקעסט.