“פארוואס זאל איך ענק ענדערש נוצן?”
ביי איינע פון די קאמפעס “סעילס-קאנפערענצן”, האט ר’ מנחם האפפמאן אנגעפירט מיט א ספעציעלער “ספיד נעטווארקינג”, וואו די באטייליגטע האבן זיך געדארפט פרעגן איינער דעם אנדערן:
“פארוואס זאל איך גיין צו דיר, ווי איידער צו דיין קאמפעטישאן?”
יעדער האט געהאט א געלעגנהייט צו הערן פון 4 מענטשן, וויאזוי “זיי” וואלטן געענטפערט אזא שאלה, און יעדער האט געהאט די געלעגנהייט צו ענטפערן 4 מאל פאר אנדערע מענטשן וויאזוי “ער” ענטפערט אזא שאלה.
היינט שמועסן מיר אויס טאקע די טאפיק: וויאזוי ענטפערט מען אויף די שאלה?
זאל מען:
- זאגן פארוואס דער צווייטער טויג נישט?
- רעדן בלויז פון די אייגענע מעלות?
- אפשר גאר איז דא א דריטע מהלך?