פאנדרעיזינג “קרישקעלעך”..
ב”ה, אונזער שמועס פאריגע וואך – פארוואס זענען דא אזויפיל סעילסלייט, אבער פון פאנדרעיזינג אנטלויפט מען? \ וואס איז דער Job Description פון א פאנדרעיזער? ‘סעילס’ אדער ‘איידיעס’? וואו ענדיגט זיך “Marketing” און וואו הייבט זיך אן “Fundraising”? – האט געמאכט א מהפיכה.
די פידבעק איז איבערראשנד – מערערע מוסדות’ער\ארגאניזאציעס האבן פאקטיש זיך אוועקגעזעצט פאר די “9 Minute Meeting” מיט אלע ארגאניזאציע-פירער, און אפגעשיקט זייערע קאמענטארן דערויף.
האסט נאכנישט פארפאסט! אויב דו ביזט אינוואלווד אין א מוסד\ארגאניזאציע, שיק אונזער פריערדיגן אודיאו-קאלום פאר די ראשי המוסד. ס’איז ביכולת צו שאפן א רעוואלוציע; טוישן דעם מציאות; און ארויסהעלפן ביידע, סיי די הנהלה\סיי דער פאנדרעיזער.
אצינד, עטליכע קרישקעלעך\קאמענטארן אויפ’ן פריערדיגן שמועס: